Rabbi Shaul Siruto • די וואך וועלן מיר הערן אויף 3 יסודות'דיגע שאלות וואס די חשוב'ע שואלים האבן איבער געלאזט: א. א יעדע יאר פארציילט מען נאכאמאל אויף יציאת מצרים, עס זעהט אויס ווי א ווייטע מעשה וואס האט דעמאלט'ס פאסירט, און וויפיל מ'הערט אז אויכט היינט דארפן מיר ארויס גיין פון מ"ט שערי טומאה און באקומען די קדושה, זעהט עס אויס ווי פארלוירן, יעדע יאר מיט אירע מצרים און גלות, סיי ברוחניות סיי בגשמיות, און איך ווייס אויכט וואס גייט זיין אויף מארגן פון פסח, איז וואס מיינט אז מיר גייען ארויס פון מצרים, ווי קען איך עס טון אז דאס מאל זאל עס זיין באמת? ב. איך מאך אי"ה די ערשטע מאל א סדר נאכט אין שטוב, און איך האב זייער מורא, ווייל א גאנץ יאר מוטשע איך זיך גאר שטארק צו אריין געבן אין די קינדער אידישקייט און עס זעהט אויס ווי זיי הערן נישט, און יעצט אז ס'איז דא א חיוב פון למען תספר, בין איך זייער דערשראקן וויאזוי וועל איך מצליח זיין צו אריין דרינגען אין די קינדער'ס הארץ, וואס קען איך זיי זאגן? ג. מ'גייט אנהויבן צו ציילן ספירת העומר, און איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס טוט מען דעמאלט'ס, איך האב געהערט הויכע זאכן פון ספירת המידות, וואס האט עס בפשטות צו א בחור אזוי ווי מיר? שמעו ותחי נפשכם!