Rabbi Shaul Siruto • די וואך וועלן מיר הערן תשובות אויף 2 יסודות'דיגע שאלות וואס די חשוב'ע שואלים האבן איבער געלאזט: א'. איך האב געוואלט פרעגן א שאלה וועגן א אינגערמאן וואס זיצט אין כולל א גאנצן טאג און די ווייב ארבעט שווער א גאנצן טאג אריין צוברענגען פרנסה, למעשה דער אינגערמאן אין כולל נוצט נישט אויס די סדרים א גאנצן טאג, און די ווייב עכ"פ מיינט זיכער אז דער מאן לערנט א גאנצן טאג און צוליב דעם ארבעט זי שווער כדי צו קענען ברענגען פרנסה צו העלפן דער מאן לערנען. די שאלה איז צו ס'איז גערעכט אז דער אינגערמאן איז ממשיך צו זיצן אין כולל און די פרוי ארבעט זייער שווער צו ברענגען די פרנסה, אפשר זאל דער מאן גיין ברענגען פרנסה און די פרוי זאל זיך אפגעבן מיט די שטוב געהעריג. ב'. איך האב געוואלט פרעגן אז יעצט אין די טעג פון בין הזמנים קומען די בחורים אהיים און זיי ווילן זיך פירן וויאזוי זיי פארשטייען און אלעס אליין מחליט זיין (פארשטייט זיך ע"פ תורה) און עס ווערט כל מיני רייבערייען מיט זיי. און איך בין געווארן אין כעס אויף זאכן וואס ער טוט אדער ער טוט נישט, צו איז "כל הכועס כאילו עובד וכו' ", אויך געזאגט געווארן אויף דעם?! און וויאזוי קען מען שפירן א סיפוק פון זיין עבודת השם אפילו ווען ער וויל זיין אייגענע וועג, און ער קען אפילו נישט הערן קיין הערה?!