Rabbi Shaul Siruto • א. איך בין א כולל יונגערמאן, און ב"ה מיין ווייב ארבייט, ממילא איז דא אויף די טאג טעגליכע אויסגאבען, אבער ווען איך וועל דארפן מאכן שמחות אדער אנדערע צוגעקומענע אויסגאבן, זעה איך נישט קיין וועג נאר אז מען זאל דארפן גיין נאך געלט פאר מיר, וויל איך וויסן צו איך מעג זיך לאזן פירן, אדער ניין איך דארף גיין ארבייטן לכבוד דעם? ב. איך האב א נאנטער קרוב וואס האט א עקסטערע נערווען צו ער זאגט ארויס ריכטיג די ווערטער, און ממילא זאגט ער עס שטייט, און קען אסאך מאל איבערזאגן ווערטער, איז די שאלה איך וויל אים העלפן אבער וויאזוי? ג. איך האב א זיבן אהאלב יעריג קינד, ער האט א גוטן קאפ ב"ה און פארשטייט גוט דאס לערנען, אבער צו דאווענען און ליינען קרי"ש שעל המיטה, האט ער נישט קיין געדולג, אזוי אויך וויל ער נישט קומען אין שול, זאל איך אים צווינגען ער זאל דאווענען און קומען אין שול, אדער זאל איך אים לאזן דאווענען נאר די מינימום (ברכת התורה, קרי"ש,) אינדערהיים און ער וועט דאס אויסוואקסן?