HomeBrowseLanguageDonateLibrary

R' Shaul Siruto | שאלה מס' 123 + 122 + 121 (1933-1936) ~ החיזוק היומי ג' חיי שרה כ' מרחשוון תשפ''ו

Rabbi Shaul Sirutoאיך טראכט אסאך אויף וואס איז דער ענין פון אכילת שבת פון איין זייט זאגן חז"ל לא ניתנו שבתות לישראל אלא בכדי שיעסקו בהם בתורה און פון צווייטן זייט עסט מען און מען טרינקט און מ'גייט נישט אין חיידר כולל ישיבה וכו' איז דאס א דערהויבענע טאג איז פארוואס פראוועט מען עסן און זינגען און טאנצן חז"ל זאגן 'מתנה טובה יש לי בבית גנזיי ושבת שמה, וואס איז עס די מתנה און ווי נוצט מען עס אויס. אויכט, שבת באקומט מען א נשמה יתירה וואס זאגט אונז עס? ווייל פיהלן פיהל איך ליידער גארנישט אנדערש שבת מיט אינדערוואכן שבת איז א צייט פון שמחה, און מ'רופט אויס 'ורצה בנו' וויפל דער באשעפער וויל אונז דווקא שבת כאפט מיר אן א מוראדיגע מרה שחורה פון מיין ריחוק און עבירות איך פיל זיך אזוי ווייט פון אויבערשטן אז איך בין כמעט זיכער אז איינעם ווי מיר וואלט מען נישט גיוואלט.