Rabbi Shaul Siruto • א. א גוטן, איך בין ממשיך א שאלה אויף די שאלה פון ביטחון וואס מ'האט גענטפערט, און מ'האט ארויס געגעבן דעם חלק פון ביטחון, און מ'האט גערעדט וועגן דעם אז ס'איז אויכט גיווען צדיקים וואס האבן נישט איבער געלאזט ביי זיך קיין פרוטה ביים גיין שלאפן, אבער עכ"פ אויב איינער ווייסט א זיכערע הוצאה ווי בר מצווה אדער חתונה מאכן און דער מענטש האט נישט קיין מעגליכקייט צו עס דעקן, אוואו ענדיגט זיך דער גדר פון זיין השתדלות, ווייל ביי זיין וואכעדיגע ארבעט דארף ער לכאורה יא ארבעטן צו דעקן, איז וואס איז ביי די זאכן אנדערש? ב. אין די לעצטע מאלן וואס מ'האט דא ארום גירעדט דא דעם נושא פון השתדלות האט מען אוועק געשטעלט אז פאר מ'ווייסט וואס מ'דארף טאן, איז קודם דארף מען וויסן אז נישט השתדלות ברענגט געלט, און זיך בארוהיגן אז נישט דאס ברענגט דאס, פרעג איך, אבער אין ספרים שטייט אז אויב איינער טוט נישט זיין השתדלות איז אויכט נישט גוט און ער קען באקומען פאר דעם א עונש אז ער טוט נישט זיין השתדלות, איז וויאזוי קען מען זיין רוהיג אויב צוליב דעם וועט ער נישט טאן וואס ער דארף באמת? ג. איך האב געהאט א געוויסע לחץ (דרוק) פון געוויסע זאכן און איך בין געגאנגען צו איינעם אויף הילף,האט ער מציע גיווען איך זאל זיך פארשטעלן אז איך בין עלנד און איך בין זיך מחליט וואס וויל איך באמת און וואס נישט, און עס טראכטן אויף אלע מיינע זאכן, ווי אויך צו איך וויל זיין א איד צו א גוי, א.א.וו., און ווען איך טרעף זיך מיט די שאלה האב איך נישט פונקט קיין ענטפער, ווייל ס'איז ביי מיר נאר אמונה און נישט ווייל איך וויל אדער נישט, מעג איך גיין צו אזא איינעם, אדער אויב איז אזא שאלה טרייף איז אלעס וואס ער איז מיר מציע נישט ריכטיג? ד. א מענטש האט אין לעבן עליות מיט ירידות, אבער דער פראבלעם איז אז ווען אלעס איז בעלייה גיי איך שוין אריין אין פרעשע און דאגה וואס וועט זיין אויב עס וועט קומען א ירידה רח"ל, וויאזוי לערנט מען אפ די ידיעה אז ס'איז דא זמני ירידה, און ויאזוי דארף מען קוקן אויף דעם?